קטגוריות פלייבקים
פלייבק להורדה

פלייבק דאנקן | שלומי גרטנר ו דודי קאליש

Playback Danken | Shloime Gertner And Dudi Kalish



פלייבק דאנקן
שלומי גרטנר ו דודי קאליש
מילים: חיים אלתר פנט
לחן: דודי קאליש
Danken
Shloime Gertner And Dudi Kalish
Chaiym Alter Panet
Dudi Kalish
עיבוד: נאמן למקור
זמן הפלייבק: 2:52
התמצאות בדוגמא: פתיחה לשיר

 אויפן ברעג פון ים גיי איך שפאצירן,
די כוואליעס ווי אן ארמיי גייט מארשירן,
די ווייסע פייגלעך אין די הייעך פייפן,
ווי קלאר די הימל איז עס טוהט פארגאפן.
ווי שיין די וועלט באשעפער האסט באשאפן,
פון די הויעך בערג ביז וואסער טיפן,
די ווינט בארואיגט די געמיט, די שמעק פון גראז
אויפרישן טוהט,
אונז די זון שיינט און די לבנה לייכט אויך פונקט גוט.
איך וויל דיר דאנקן אויף סיי וואס האסט מיר געגעבן,
ספיציעל די שיינע ווינדערליכען לעבן,
פאר דיר איך קום וואס איך גענוס, איז מיט דיין נאמען
איך באגריס,
ברוך השם ביי מיר איז אלעס הערליך און זיס.
ברויט פון מעהל פון ווייץ פאר מענטשען באקט מען,
וויין פון טרויבן פולט דעם הארץ מיט פרידן,
אויל פון זיתים די געזיכט זאל גלאנצן,
באשאפן אלץ מיט א געוויסע ניצען.
אין ארבעט ווען עס איז לעכטיג וועט די מענטש גיין,
די חיות ווען עס איז טונקל וועלן זיך דרייען,
יעדע באשעפעניש ווי קליין, לאזטו עם נישט איבער
אליין,
ווי טיף פלאנירט איז די נאטור ווער קען דאס פארשטיין.
איך וויל דיר דאנקן אויף סיי וואס האסט מיר געגעבן,
ספיציעל די שיינע ווינדערליכען לעבן,
פאר דיר איך קום וואס איך גענוס, איז מיט דיין נאמען
איך באגריס,
ברוך השם ביי מיר איז אלעס הערליך און זיס.
אפאר באליבטע פריינד אינאיינעם זיצען,
ליבלעך שמועסן זיי פון טיפן הארצן,
איינער דארט דערציילט גוט זיינע וויצען,
אז די צייט לויפט מען פארגעסט אינגאנצן.
די ווינדער פון די זעהל ווער קען באגרייפן,
ווי קלוג געבויט די מענטש גאט האסט באשאפן,
די ווייב און קינדער אין געצעלט, און פיל מיט פריינד
ארום געשטעלט,
די מענטש ערפינדן ממש פונקט גענוי ווי א וועלט.
איך וויל דיר דאנקן אויף סיי וואס האסט מיר געגעבן,
ספיציעל די שיינע ווינדערליכען לעבן,
פאר דיר איך קום וואס איך גענוס, איז מיט דיין נאמען
איך באגריס,
ברוך השם ביי מיר איז אלעס הערליך און זיס.


פלייבק דאנקן בביצוע שלומי גרטנר ו דודי קאליש להורדה.
אצלנו תמצאו פלייבקים מקצועיים ואיכותיים להורדה בקלות ובמהירות. היכנסו עכשיו לאתר והזמינו.